מרדכי געבירטיג (געבארן אין קראקא אין דעם 4טן פון אפריל תרל"ז (1877) ) איז געװען אַ דיכטער אין ייִדישער שפּראַך.
ער האט געוואוינט כל ימיו אינעם יידישן ארבעט'ס קווארטל אין קראקא און געארבעט שווער מיט מעבל, ער האט ניטאמאל געקענט קיין מוזיקאלישע נאטן און האט זיך פארנומען מיט מוזיק בלויז אין פרייע צייט, אבער דאך זענען זיינע לידער באליבט און געשעצט געווען ביים אייראפישען אידענטום אזש עס האט אפילו דערגרייכט צום ווייטן ניו יארק!
אין יאר תרצ"ו האט ער געשריבן דעם ברייט באקאנטער ליד "דאס שטעטל ברענט" ווי ער ברענגט ארויס זיין ווייטן בליק איבער די שרעקליכע מלחמה צייטן וואס ברענט אונטער די פיס, דאס ליד איז געווען אין יעדנ'ס מויל אינעם קריג'ס תקופה אלס אן העלדישער קאמפס ליד נישט צו שטיין מיט פארלייגטע הענט קעגן דעם שונא.
(ס'ברענט ברידער עס ברענט, אוי אונדזער שטעטל נעבעך ברענט,
בייזע ווינטן מיט ירגזון,רײַסן ברעכן און צעבלאָזן
שטאַרקער נאָך די ווילדע פֿלאַמען
אַלץ אַרום שוין ברענט !
און איר שטייט און קוקט אזוי זיך, מיט פֿאַרלייגטע הענט
און איר שטייט און קוקט אַזוי זיך, אונדזער שטעטל ברענט.
ס'ברענט, ברידעלעך ס'ברענט, אוי אונדזער שטעטל נעבעך ברענט,
ס'האָבן שוין די פֿײַער צונגען, ס'גאַנצע שטעטל אײַנגעשלונגען,
און די בייזע ווינטן הודזשען,
ס'גאַנצע שטעטל ברענט !
און איר שטייט און קוקט אזוי זיך.....
ס'ברענט ברידעלעך ס'ברענט, אוי ס'קען חלילה קומען דער מאָמענט
אונדזער שטאָט מיט אונדז צוזאַמען, זאָל אַוועק אין אַש און פֿלאַמען,
בלײַבן זאָל ווי נאָך אַ שלאַכט,
נאָר פוסטע שוואַרצע ווענט.
ס' ברענט ברידעלעך ס'ברענט, די הילף איז נאָר אין אײַך אַליין געווענדעט,
אויב דאָס שטעטל איז אײַך טײַער, נעמט די כלים לעשט דאָס פֿײַער,
לעשט מיט אַײַער אייגן בלוט,
באַווײַסט אַז איר דאָס קענט.
שטייט נישט ברידער אָט אַזוי זיך, מיט פֿארלייגטע הענט !
שטייט נישט ברידער, לעשט דאָס פֿײַער,
אונדזער שטעטל ברענט !)
אין 1942 - אלט זייענדיג 65 יאר - איז ער דערשאָסן געװאָרן פֿון די נאַציס אין קראָקע.
ó
פאלגענד איז די לעצטער ליד וואס איז פערפאסט געווארן ביי מרדכי געבירטיג, אין דעם ליד קלאגט ער אויפ'ן חורבן פון זיין וואוין-ארט קראקא.
ערבֿ יום-כּיפּור, שוין טריבלעך אין גאַס,
די זון רויט פֿון בושה, צי אפֿשר פֿון כּעס
אַראָפּ ערגעץ נידערט - דעם מערבֿ-זײַט הימל צעברענט.
די זון רויט פֿון בושה, צי אפֿשר פֿון כּעס
אַראָפּ ערגעץ נידערט - דעם מערבֿ-זײַט הימל צעברענט.
ס´איז ערבֿ יום-כּיפּור, נאָך מנחה פֿאַרנאַכט,
און דאָ שטייען שולן, ווי תּפיסות פֿאַרמאַכט,
אויף זייערע טויערן די שלעסער ווי קייטן אויף הענט.
ערבֿ יום-כּיפּור, שוין מערבֿדיק נאַכט,
די ײִדישע געסלעך פֿון שׂונא באַוואַכט,
ווי קינדער פֿאַרשעמטע פֿאַרחידושטע שטייען אַצינד,
די ײִדישע געסלעך פֿון שׂונא באַוואַכט,
ווי קינדער פֿאַרשעמטע פֿאַרחידושטע שטייען אַצינד,
– געוווֹינט איצט פֿון שולן צו הערן געזאַנג -
דערהערן פֿון זעלנערישע שטיוול דעם גאַנג,
דאָס קנאַלן פֿון ביקסן, דאָס סקאַמלען פֿון היימלאָזע הינט.
ערבֿ יום-כּיפּור - ווי לאַנג נאָך, ווי לאַנג?
אין ײִדישע גאַסן אַ טומל, אַ דראַנג
פֿון אַלע זיַיטן, ראָגן, דער עולם צום דאַווענען שפּאַנט,
אין ײִדישע גאַסן אַ טומל, אַ דראַנג
פֿון אַלע זיַיטן, ראָגן, דער עולם צום דאַווענען שפּאַנט,
די בענק און די שטענדערס אין שולן באַזעצט -
הײַנט שטייען זיי ליידיק, פֿאַרשעמט און פֿאַרלעצט
זינט הונדערטער יאָרן דאָס ערשטע מאָל הײַנט אַזאַ שאַנד.
ערבֿ יום-כּיפּור ! אַ מנין די צאָל
פֿאַרשפּאַרט אין אַ שטוב ווי אין שפּאַניע אַמאָל,
געהילט אין טליתים - אין דרויסן שטייט איינער און היט.
פֿאַרשפּאַרט אין אַ שטוב ווי אין שפּאַניע אַמאָל,
געהילט אין טליתים - אין דרויסן שטייט איינער און היט.
בײַם שיַין פֿון אַ יאָרציַיט, וואָס ברענט אויף דער שאַנק,
דערהערט זיך אַ קול, אַזאַ טרויעריק געזאַנג,
דערהערט זיך דאָס ליד, דאָס אַלטע מאַראַנישע ליד.
אוי, אוי-אוי, אוי-אוי, וויי !
כּל-נדרי !
אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה