"יצחק (באַשעװיס) זינגער" איז געווען דער סאמע לעצטער באקאנטער שרייבער וואס האט געשריבן אויף יידיש, געבוירן יארע 1902 אין פוילן, צו זיין מאמע בת שבע – נאך וועם יצחק האט גענוצט זיין פען-נאמען באשעוויס (בת-שבע'ס) – וואס איז געווען די טאכטער פון בילגאריי רב. זיין טאטע איז געווען דער ראש ישיבה אין ראדזימין, און שפעטער א רב אין ווארשע.
נאכן קריג האט ער געוואוינט אין ניו יארק (נו ווי דען?) און איז געווען דער באקאנטער שרייבער אין 'די פארווערטס' וואס חוץ זיין עמטליכען פען-נאמען באשעוויס האט ער זיך אויך באנוצט מיט די פען-נעמען ווארשאווסקי און ד. סגל., זיינע שטארק פאפולערע ביכער, שפילן, און ארטיקלען זענען על פי רוב אלעס געווען געשריבן אין לויטער יידיש.
באקומענדיג די נאבעל פרייז אין ליטעראטור אין 1978, האט ער אנהויבענדיג זיין דרשה ביים באנקעט געבעטן אז ער וויל קודם רעדן אפאר ווערטער אין יידיש כאטש וואס קיינער אין זאל וועט נישט פארשטיין זיינע ווערטער, זאגענדיג אין א קאמיש-ווייטאגליכע טאן אז אין דעם זאל ווי ער רעדט יעצט האט נאך קיינער געהאלטן א רעדע אויף די יידישע שפראך ביפאר, און נאר גאט ווייסט אויב עמיצער וועט נאך אמאל רעדן יידיש דא...!
און אנגעהויבן האט ער אין יידיש ווי פאלגענד: "די גרויסע כבוד וואס די שוועדישע אקעדעמיע האט מיר אנגעטאן, איז אויך אן אנערקענונג פאר יידיש, א שפראך אין גלות אן א לאנד, אן גרעניצן, נישט געשטיצט פון קיין שום רעגירונג, א שפראך וואס פארמאגט כמעט נישט קיין ווערטער פאר וואפן, עמעניציע, מיליטערישע איבונגען און טאקטיק...."
און צום סוף פון זיין רעדע (אין ענגליש) ברענגט ער ארויס מיט א טאן פון קענטליכע האפענונג אז אפילו אז טייל רופן אן דאס יידישע שפראך ווי 'טויט', דאך זעהט מען אז לשון הקודש וואס איז 2000 יאר געווען א טויטער לשון איז אבער היינט פלוצים געווארן א מעכטיגער שפראך אויף א גאר וואונדערליכן פארנעם, און די זעלבע קען נאך איין טאג פאסירן צו יידיש.
"יידיש האט נאכנישט געזאגט איר לעצטע ווארט" זאגט ער מיט זיכערקייט. "יידיש פארמאגט אוצרות וואס איז נאכנישט געווארן אנטפלעקט צו די וועלט, יידיש איז געווען דער צינג פון מארטירער און הייליגע, טראכטער און קאבאליסטן, ריין אין הומאר און אין זכרונות וואס די וועלט וועט קיינמאל פארגעסן, יידיש איז די קלוגע שפראך פון אלע, די לשון פון שרעק און האפענונג צוזאמען."
אויף די פראגע פארוואס ער זיך שטענדיג געהאלטן אזוי שטייף מיטן שרייבן דוקא אין יידיש כאטשיג וואס ער האט געזעהן קלאר אז די שפראך גוסס'ט, האט ער געזאגט, "עס קען אפשר טאקע זיין אז יידיש שטארבט, אבער דאס איז די איינציגע שפראך וואס איך קען גוט, יידיש איז מיין מאמע'ס שפראך און א מאמע איז קיינמאל באמת טויט!!"
איי ווי ציטערדיג און ווארעם זענען זיינע ווערטער, אידיש איז די מאמע'ס לעבעדיגער שפראך, אנגעפילט מיט זכרונות און היסטאריע, אנגעזאפט מיט בלוט און אמונה, א ריכטיגער 'גלות שפראך' וואס איז נישט אפהענגיג אין קיין שום ספעציפישן לאנד אדער סביבה, א נפשיות'דיגער און ממשות'דיגער דיבור וואס האט מיט געוואנדערט מיטן איד ווי אימער ער האט זיך געשלעפט אדער פארוואגעלט געווארן, א שפראך פיל מיט מתיקות, חיזוק און הומאר, און אזוי אויך א שפראך פיל מיט טרויער, ווייטאג און האפענונג.
א שפראך וואס האט נישט אינטערסירט צו פערפאסן נייע ווערטער אויף פרישע אויסטרעפונגען און ערפינדונגען, א שפראך וואס האט נישט געזוכט צו ווערן בעסער ווי אמאל.
און דאס האט זיך קלאר דערקענט אין אלע דורות אז אפילו די אידן וואס האבן פון אלעם הייליגן זיך אפגעלאזט און זיך פארמישט בין הגוים, באגראבן האבן זיי דאס גאנצע יידישקייט אבער געהאלטן דעם הספד האבן זיי אין די יידישע שפראך! דאס אלע יארן געהאלטן נאנט צום הארץ און זיך געזשאלעוועט מיט'ן מאמע לשון מיטן גאנצן קראפט און דאס נישט געוואלט און געקענט אראפוואשן פון צינג.
און בפרט בזמן הזה ווען דער אלגעמיינער דזשורנאל ווערט דינער פון טאג צו טאג און דער פארווערט'ס פרובירט צו דעקן אירע דער'דריקטע' חובות, און אידיש ליטעראטור בכלל איז אין דער ערד, אין א זמן וואס צענדליגע קינדער פון היימישע יידיש רעדענדע היימען גייען זיך אוועק און לאזן יידישקייט אונטער זיך, איז א פאקט אז אפילו נאכדעם וואס די תאוה צו קוגל אדער הערינג מיט אייער קיכלעך האט שוין לאנג אויסגעוועפט, דאך פונעם מאמע לשון קען מען זיך נישט געזעגענען, דאס איז עס! עס נאגט דאס אלטער יידישער ווערטל, עס בענקט זיך נאך דער יידישער אויסדריק, עס קלינגט נאך דער אמאליגער אויספשראך, 'איך האב דיך אין דער ערד' זאגט זיך פון זיך אליין בשעת מלחמה, און 'קוש מיך' בלייבט ווי צוגעקלעבט צום מויל בשעת כעסו.
"קטלא קניא" ענטפערט דאס זייער קלאר אויף זיין בלאג ווען ער ווערט אנגעפרעגט דורך א ליינער פארוואס ער שרייבט זיינע ארטיקלען נאר אויף יידיש, " ווייל יידיש איז מיין שפּראַך, ווייל אין יידיש קען אויך מיין נשמה רעדן, ווייל אין יידיש רעדט מען פון האַרצן."
יידיש איז נישט סתם צאמגעקלויבטע שפייעכץ מיט א צונג וואס רעדט ארויס, יידיש איז סאך טיפער ווי דעם, יידיש איז דאס הארץ און נשמה, און ווי ער שרייבט ווייטער בתוך הדברים "גאָרנישט זעטיקט דער מאָגן ווי א היימישער מאכל און גאָרנישט זעטיקט די נשמה ווי אַ היימישע שפּראַך, וואָס עס זאָגט זיך אין יידיש זאָגט זיך נישט אויף אַן אַנדערע שפּראַך."
מסביר צו זיין איז איבעריג, עס איז בלויז אמת ויציב!!!
"ליבי פאללאק" – א נייער באקאנטער נאמען און גאר שנעל אויפגייענדע שטערן אין יידיש - איז אויך אן זון שיינענדער מוסטער ווי ווייט יידיש פארבלייבט צוגעקלעבט צום נפש ווי דער בוים צום שורש, אירע ארטיקלען און לשונות זענען ווי כמים קרים על נפש עיפה, ווי עס דערקענט זיך אויף אירע בלאגן אדער פעיסבוק בלאט וכד', ווי זי וואכט אויף די ווארימקייט פון דעם מאמע שפראך ביי אזויפיל וואס האבן דאס קיינמאל ניטאמאל געשפירט.
עס דערקענט זיך די ספעציעלע הנאה און גלוסט וואס אירע – אפילו נישט תורה ומצוות אינטערסירטע - ליינער ווייזן ארויס דייקא איבער אירע "יידישע" ווערטער, די יידישע אויסדרוקן און לשונות שמייכעלט צו זיי און ווארעמט עפעס אויף טיף אינעווענדיג, וואס כולי עלמא מודה אז אויף ענגליש וואלט עס נישט געהאט די זעלבע השפעה.
אזוי איז דא נאך אסאך אסאך פארשידענע פיגורן און וועבזייטלעך, דאס איז נאר דער טיפה מן הים פון עקזעמפלארן בנוגע די גלוסט און צוגעבינדענקייט צום לעבעדיגן מאמע לשון.