אונז זעמיר אלע אויפגעוואקסן אונטער דעם איינדרוק און חינוך אז אונז יידן – ספעציעל די חרדי'שע וועלכע וואוינען אין די ניו יארקע געטא'ס – דארפן זיך האלטן אפגעזונדערט און אפגעטיילט פון די "מאדערנע" גאס, און נישט נשפע ווערן פון זייער דרך און ווערטשאפט, ווייל זיי זענען נישט די 'עכטע' פרומע יידן.
און דאס מערסטע דארף מען האלטן אין קאפ דעם והבדילנו מן התועים, זיך דערווייטערן פון דעם 'שמוציגן נידעריגן גוי', מיט די דרשה'לעך און פשעטלעך זיי האבן אונז דאך 'במילא' נישט ליב ווי ר' שמעון בר יוחאי זאגט שוין אז הלכה היא בידוע שעשו שונא ליעקב וכו' וכו'...
מיר ווערן געלערנט אז די איינציגע מהלך ווי אזוי די יידישע פאלק איז געבליבן מיט'ן קאפ העכערן וואסער און דורכגעשוויצט אלע שוועריגקייטן וואס גלות האט מיטגעברענגט מיט זיך איז געווען דאס "זיך האלטן פעסט", מיר ווערן געלערנט איבער די העארישע אקטן און מסירת נפש'דיגע מאמענטן אונטער שווערד און שוועבל, די פעלזן פעסטע החלטות און אנטשלאסענקייט מיט וואס יידן האבן דעמאנסטרירט דער ואבדיל אתכם מבין העמים אפילו אונטער די שווערסטע אומשטענדן.
און אלעס ווערט צוריקגעצויגן ווי אין איין פאראגראף צום גאולת מצרים וואס די מדרשים פארציילן אונז אז די בני ישראל זענען אויסגעלייזט געווארן בזכות זה וואס זיי האבן זיך געהאלטן בשם לשון ומלבוש, וואס אפילו זייענדיק טיף פארזינקען אין די מ"ט שערי טומאה ארומגענומען מיט פיזישע און גייסטישע נסיונות האבן יידן טרומפירט דעם "שלא שינו את לשונם" און דער זכות האט אויף זיי מגין געווען.
מיין איינציגע שאלה איז, איז דאס אמת? צו קען דאס אפילו זיין? א קבוצה פון 'דרויסענדיגע אימיגראנטן' קינדער פון יעקב, אָן א מהלך אָן א טראדיציע פון געבאטן אדער עפעס וואס זאל זיי האלטן, פארזינקען אין די טומאת מצרים צענדליגע יארן, זיי מיט די ווייב און קינדער, קיינער האט נישט גערעדט קיין מצרי'ש?
איי וועט איר האבן א שאלה הלמאי איך טרוי זיך מפקפק צו זיין אין דברי חכמינו ז"ל? אדרבה לאמיר אונז ביידע א קוק טאן אין יוצר וואס מען האט געזאגט דעם פארלאפענעם ערשטן טאג שבועות ביי שחרית, ווי ר' אלעזר דער בעל הפייט ברענגט ארויס די כתב און לשון פון די לוחות וואס גאט האט געגעבן פאר כלל ישראל ביים הר סיני, (אפשר האסטו נישט געזאגט יוצר ווייל עס איז צו לאנג און דו שמועסט געווענדליך דאן, אבער איך זאג עס גראדע יא, עס איז גוטע שרייבעריי.. געשריבן דורך פשוטע פאעטן וואס זענען אנגענומען היינט אלס צדיקים וקדושים ביי אונז, אפשר וועל איך אויך איין טאג זיין א צדיק וקדוש.. ווער ווייסט)
שטייט אזוי; "אָז בכתַב אַשורית, ובלשון עִברית, ובדבור מִצרית, הנחַלתָ לבַת עִברית".
"ובדבור מִצרית" - דער באשעפער האט גערעדט צו די יידן וועלכע שפראך? "בדבור מצרית"! נישט לשון הקודש נישט די לשון פון די אבות, נאר פראסט און פשוט מצרי'ש! ווי דער ילקוט שמעוני איז עס מסביר 'א"ר נחמיה מהו אנכי לשון מצרי הוא...' אז דער באשעפער האט פרובירט צו רעדן צו די יידן בלשון הקודש אבער... ער האט גערעדט צו טויבע אויערן, די יידן האבן נישט פארשטאנען קיין מילה אחת וואס ער רעדט ווייל זיי האבן נישט געקענט אזא שפראך, האט ער נישט געהאט קיין צווייטע ברירה – זאגט דער מדרש - נאר האט געמוזט קאמיוניקירן מיט זיי בדבור מצרית, ווייל 'נאר' דאס האבן זיי פארשטאנען!!!
אייייייין מינוט, שטאטעלעך, וואס גייט דא פאר?? איך האב אייביג געמיינט אז לא שינו את לשונם? צו האבן די יידעלעך געפייגערט צו הערן ווי גאט רעדט מצרי'ש אז זיי האבן דעסיידעד זיך צו מאכן לשון קודש אומ-פארשטייענדע? וואספארא מין שפיל און באבע-מאסע איז דאס אז זיי לא שינו את לשונם?
נאכמער, די מהרש"ם זאגט אז בייטן די שפראך ללשון העמים איז גאר אן עבירה און איז "מעכב די גאולה בידים", נו וויאזוי האט געקענט זיין א גאולה לויטן מהרש"ם ווען רעדן די גוי'אישע שפראך איז דאס גאר מעכב?
'אנכי ה' אלקיך אשר הוצאתיך מארץ מצרים' הייבט זיך אן די ערשטער געבאט. גאט זאגט, איך בין נתפעל אז עטס רעדטס נישט קיין מצרי'ש און איך האב ענק אויסגעלייזט ווייל עטס רעדטס נאר לשון קודש במילא לאמיך רעדן צו ענק אין מצרי'ש...?!?!
אוי מיין קאפ שווינדעלט מיר... וואספארא מין סתירה און קאפ פארדרייעניש איז דאס??
מהו אנכי לשון מצרי הוא.
די סאמע ערשטע ווארט פון די עשרת הדברות וואס גייען מאכן כלל ישראל אן אתה בחרתנו לדורות עולם.
די סאמע ערשטע ווארט פון די געבאטן וואס גייען מאכן יידישע קינדער א גוי קדוש.
די סאמע ערשטע ווארט וואס יידן האבן געהערט און געזען די קולות מיט וואס די גאנצע וועלט האט געדינערט.
די סאמע ערשטע ווארט וואס די שכינה אליין האט געזאגט עפענענדיג אלע הימלען העכערן קאפ.
די סאמע ערשטע ווארט וואס האט ארויסגעשלעפט די נשמות פון ששים רבוא און זיי צובלאזן מיילן ווייט פון קדושה און התרגשות.
איז געווען "מצריש"!!!
דעם ואבדיל אתכם מכל העמים האט זיך אנגעהויבן מיטן לשון העמים, די תורה אין ווי עס שטייט דער לאו פון ובחוקותיהם לא תלכו –מען זאל זיין אפגעטיילט פון דעם גוי, סיי פון זייערע מעשים, און סיי פון לשונם ומלבושם – האט זיך אנגעהויבן מיט'ן לשון פונעם גוי.