יום רביעי, 16 במאי 2012

בראשית ברא, צום אנפאנג פונעם באשאפונג פון די דאזיגע וועבזייטל, איז וויכטיג מיט אפאר קורצע און מחשבה'דיגע שורות צו ערקלערן דעם ציל און שאיפה פון דעם אונטערנעמונג.

דער שפראך "אידיש" - וועלכער איז באקרוינט מיטן באחנ'טן צו-נאמען 'מאמע לשון' - איז דער היימיש רעדענדער שפראך ביי אידן אומעטום, עס איז דער שפראך וואס איז באמת 'איד'יש צוליב דעם וואס קיין גוי קען נישט - און האט נישט קיין  שום אינטערעסע צו - דעם שפראך, עס איז דער לשון וואס מאכט אידישע קינדער פילן היימיש צווישן זיך און - אין א געוויסן זון - אפגעזינדערט פון די גוי'אישע שפראך און הנהגה.

אידיש איז בא'חנט, אידיש איז רייך, און אידיש איז א שטיק (קורצע, ווי מען וועט באשרייבן אין צוקונפט) היסטאריע, אבער דאך איז דאס א ווייטאגליכער פאקט אז עס צאנקעט ווי א ליכטעל און גייט צוביסלעך אויס, אידישע שפראך-קענער שטארבן אויס, אידיש רעדענדע ווערן ווינציגער און ווינציגער פון טאג צו טאג, די שפראך פון די מדינות ווי מען וואוינט נעמט איבער דאס לשון ביי רובא דרובא רעגולארע המון עם, אז אפילו ביי די וואס רעדן יא בלויז אידיש ווערן אלס מער און מער ווערטער אויפגעטוישט מיט די ווערטער פונעם לשון המדינה, און לויט ווי עס קוקט אויס וועט אידיש פארבלייבן א טאג-טעגליכער שפראך בלויז ביי די שטארק פרום פאנאטישע קהילות און מקומות, אבער אן קיין 100 פראצענטיגע פארזיכערונג אז עס וועט פארבלייבן אויף אלעמאל.

די חכמי העולם זאגן פאראויס אז אין 90 יאר ארום וועלן 90% פון די היינטיגע שפראכן שוין מער נישט זיין רעלאטיוו, און דער וויסנשאפטליכער 'דעוויד בעריסאן' זאגט גאר אז דאס וועט שוין זיין אין יאר 2050.
  
 כהיום זענען פארהאן אן ערך פון 6900 שפראכן אויף דער וועלט, וואס 2000  דערפון האבן נאר ווינציגער ווי בלויז טויזענט מענטשן וואס קענען די שפראך, 94% פון די 6900 שפראכן ווערן גענוצט נאר דורך א נישטיגע 6% פון די גאנצע וועלט, וואס דאס מיינט אז בערך 6486 שפראכן ווערן גענוצט אויף גאר א קליינעם פארנעם פון בלויז דורך אפאר הונדערט מענטשן.

מען קען פיל ארומרעדן איבער די ווארהייט פון די פאראויסזאגונגען, אבער איין זאך איז זיכער אז עס איז א פאקט אז שפראכן שטארבן אויס, די שטערקסטע סיבה צו דעם איז אז ווען א געוויסער שבט באזעצט זיך אין א לאנד און רעדן זייער'ס א גע'ירש'נטן שפראך, זייערע קינדער אבער וואקסן אויף אין די לאנד'ס שולע'ס, זיי לערנען און פארברענגן אין די לאנד'ס שפראך, ציען זיך שפעטער אוועק פון עלטערן'ס שטוב און באזעצן זיך ווי עס שמעקט זיי, און צוביסלעך ווערן די דורות מער און מער דערווייטערט פון דעם זיידענ'ס שפראך.

די סיבה פארוואס אידיש האט זיך אבער דאך געהאלטן איז צוליב דעם וואס מיר זענען זייער פארשלאסן פון די ארומיגע השפעה און און לאזן נישט צו - נאר גאר פארקערט, מיר שפייען אויס און זענען ממאס - דאס נישט אידישע לעבן פון די סביבה ווי מען איז באזעצט, די קינדער לערנען תורה - אויף וואס מיר דארפן נישט קענען די לאנד'ס שפראך - און מען ציעט זיך קיינמאל אוועק פון די היימישע סביבה, און אזוי פארט די באן אויף די רעלסן.

אבער... דא ליגט דאס הונט'ל באגראבן, דער פאקט ווייזט אבער אז אין די לעצטע יארן האבן א ריזיגע ציפער פון היימישע קהילות אין פארשידענע מקומות נאכגעלאזט און אויפגעגעבן אידיש און אנשטאט דעם איבערגענומען דעם לאנד'ס שפראך לגמרי. צו איז דאס אין אמעריקע ווי טויזענטער טויזענטער רעדן און קענען בלויז ענגליש, און אפילו דאס אז דער טאטע אדער זיידע קענען נאך א פיינעם אידיש, די קינדער און אייניקלעך לערנען אין חדר און אין שולע אלעס אויף ענגליש, די חברים אדער חברטע'ס צווישן זיך רעדן בלויז ענגליש, אזוי ווערט דאס דער היים שפראך, און דאס איז עס.

און בפרט דערקענט זיך דאס אין ארץ ישראל, ווי טויזענטער האבן מקבל געווען די העברע'יאשן שפראך פון לאנד, און דאס אדאפטירט לגמרי צום טאג טעגליכן לעבן, אזש עס זענען פארהאן היימישע קהילות ווי דער יונגער דור (30-40 און יונגער) קענען נישט קיין מילה אחת אידיש, און אז דו וועסט זיי פרעגן אויף אידיש ווי דער גראסערי איז וועסטו עס ווייטער קענען גיין זוכן... און אז דו וועסט איהם פרעגן ווי אזוי ער הייסט, וועט ער דיר ענטפערן מיט פארלוירענקייט "מה?"

עס איז ברור כשמש אז די צוויי פיס אויף וואס דער אידישע שפראך שטייט זענען שוין זייער אפגעשוואכט, און די  מאמע לשון ווערט צוברעקעלט און עס צופאלט, אבער אידיש ליב-האבער פארבלייבן און ליינען און שרייבען אויף אידיש גיט אונז א מין חיות.

לאמיר זין אריינטוהן אין דעם באליבטן און טייערן שפראך און זעהן וואס מער מען קען נאשן דערפון, לאמיר זיך אויסשמועסן די אידישע מחשבות, ארויפברענגן אלטע באשרייבונגען און אידישע ארטיקלען פון די ארכיוון, אלטע פארגעסענע זיסע לידער און טיפע פאעזיע, וואס וועט ערוועקן דאס הארץ און שטילן אונזער תאוה צום "מאמע לשון".

7 תגובות:

  1. הערליך, מיט הצלחה אויף ווייטער

    השבמחק
  2. אייין נארישע קשיא, נאך דער גאנצען הספד וואס איר באקלאגט אזוי ביטערלך אונזער שיינע שפראך, פארוואס זאל בכלל איינעם אינטעסירן איר צו שטודירן אדער אפילו דארט זיין קובע מקום זיינע ליינען און שרייבן ??

    השבמחק
  3. פארוואס באשטימטסטו דיין פראגע אלס נאריש ווען עס איז יא א גוטע קשיא?

    די פשוטע תירוץ איז, דאס זיך באקלאגן איבער א געוויסען פארלוסט מאכט נישט דעם מענטש אויפגעבן און פארגעסן, דער בענקענדיגער באוויינט זיין אבידה אבער הערט נישט אויף קלערן און רעדן דערפון.

    דער אייניקל גייט באזוכן דעם זיידן אפילו ווען דער קראנקער זיידע האט קוים נאך דריי וואכן צום לעבן, עס איז ווייטאגליך אז דער זיידע גייט אויס אבער דאס ברענגט נישט קיין אפשטעל אדער היסח הדעת, און נאכמער-אפילו נאכן טויט וועט מען נאכאלץ בלייבן פארבענקט און דאס האלטן פאר די אויגן.

    פארלירן א זאך איז נאטורליך און פארשטענדליך – כאטש וואס עס איז פילע מאל זייער ווייטאגליך – אבער עס פארקלאפט נישט די בענקשאפט און גלוסט דערצו.

    און ווי ארויסגעברענגט אינעם דאזיגן ארטיקל, יידיש איז א שטיק נפשיות, עס בלייבט צוגעקלעפט אזש אפילו מען איז דערווייטערט פונעם יידישן שטייגער אדער סביבה, בלייבט די 'מאמעלשון' באליבט און דער נפש האט הנאה צו ליינען, שרייבען און זשאלעווען מיט דעם אפילו עס איז נישט דער "קביעת".

    השבמחק
  4. מעשה לסתור?

    ווי קומט 'גראסערי' און א ארטיקל וואס אייסערט זיך צו באשרייבן אידיש מיט אזוין ליבשאפט- אויסגוס?

    השבמחק
  5. דער שורה איז ארויסצוברענגן דעם וועג וויאזוי א היינטיגער יידיש רעדענדער איד וואלט געפרעגט פון אן ישראלי.

    השבמחק
  6. גיי אן און געב נישט אויף איך האף אז דיין בלאג וועט נישט נאכגיין אין די פיסטריט פון יידיש...וועמען מיינסטו מיט פאנאטישע קהילות/היימישע קהילות?

    השבמחק
  7. קודם כל א דאנק פאר די חיזוק ווערטער.

    איר פארשטייט מסתם אליין וועמען מען מיינט מיט די ווערטער פאנאטישע היימישע קהילות...
    עס מיינען די עקסטרעם פרומע און צאמגעצוימטע קרייזן, וואס זענען כולו אפגעטיילט פונעם דרויסענדיגער השפעה, נאר זיי וועלן לכאורה נישט אזוי שנעל אפלאזן יידיש לשון.

    השבמחק