יום שישי, 25 במאי 2012

נו יידאלאך פרעג איך אייך, ווי אזוי קען מען צו גיין צום יו"ט שבועות אָן אַן אלטער אידישער לידל אויף יו"ט??

אברהם רייזן ע"ה – א רוסיש געבוירענער אום 1876 – האט אימעגרירט קיין אמעריקע אום 1914 און איז געווען פון די שטארקע שרייבער אין "דער טאג", "פרייהייט", און בפרט אינעם "פארווערטס" ווי ער האט זינט 1929 געשריבן א הערליך קורצע מעשה וואך איין-וואך אויס אן קיין שום אפשטעל.

שוין אין אינגען עלטער איז זיין טאלאנט פון פאעזיע געווארן אנערקענט ביי "שלום עליכם" און "י. ל. פרץ" (פאפולערע יידישיסטן וואס וועלן באשריבן ווערן אין דעם קומענדיגן געלעגענהייט) וואס האבן איהם שטארק געהאלפן און פאבליצירט זיין שרייבעריי, זיינע ביכער און שפילן וואס ער האט געשריבן האבן אלע געהאט א ספעציעלע אייגנארטיגען שמעק אז עס האט זיך ממש דערקענט אז עס איז פון אברהם רייזן'ס האנט.

אברהם איז נישט געווען סתם א יידישער שרייבער און קענער, נאר גאר איינע פון די 'טאטעס' און עפענער'ס פון יידישיזם, געווען איז ער א ברענעדיגער  אקטיווער אידישיסט וואס האט געשטיצט און געשטארקט יידיש איבעראל, אסאך קרעדיט קומט זיך איהם פארן מוטיגן און איבערצייגען יונגע וואקעלדיגע שרייבער און דזשורנאליסטן צו שרייבן און באריכטן און רעדן אין יידיש.

אוועק פון דער וועלט איז ער אום 1953 אלט זייענדיג 77 יאר.

ò

דאס איז א ליד וואס ער האט געשריבן לכבוד שבועות, אונטערן קעפל "נאָך גרינס". ווי ער ברענגט ארויס מיט זיין ספעציעלער חן די 'רשות' און מעגליכקייט וואס די קינדערלאך האבן צו קענען גיין הנאה האבן און רייסן בלעטעלעך אין וואלד אן דארפענדיג מורא האבן פונעם רבין'ס "קאנטשיק" וכד', אלעס וויבאלד עס קומט דאך דער גרויסער יו"ט שבועות.

נאָך צװײַגעלעך קינדער, אין װאַלד לאָזט זיך גיין
און פֿרײלעך מיט לידער כּסדר, 
אַזױ װי עס װאָלט אױף דער װעלט ניט געװען
קײן רבי, קײן קאַנטשיק, קײן חדר.

נאָך צװײַגעלעך קינדער, נאָך צװײגעלעך גײט
און פּוצט אױס די אָרעמע שטיבלעך,
דער װאַלד איז ניט װײַט, בײַ דעם שטעטל ער שטײַט 
און קוקט אַזױ װײך, אַזױ ליבלעך. 

פֿאַרװוּנדערט װעט װערן דער אַלטער, דער װאַלד:  
װאָס טוען דאָ ייִדישע קינדער?
דערצײַלט אים: ס'איז שבועות - דערצײַלט עס אים באַלד 
און זאָל אים ניט זײַן צו קײן װוּנדער...

און זױמט זיך װאָס לענגער און רײַסט װאָס מער אָן,  
ניט האָט פֿאַר די טאַטעס קײן מורא:
הײַנט מעגט איר אין װאַלד זײַן, מ'װעט גאָרנישט אײַך טאָן
עס איז דאָך לכּבוד דער תּורה! 

א גוט יו"ט אלע ליינער!

2 תגובות:

  1. זיס!
    האט דאס אויך א ניגון - און אויב יא צו קען מען דאס ערגעץ הערן?

    השבמחק
  2. נישט וואס איך ווייס,
    אדרבה אויב איינער ווייסט פון א ניגון אויף דעם זאל ער מודיע זיין.

    השבמחק